דער דריטער ייִדיש־סוף־װאָך אין ענגלאַנד
דעם 21טן ביזן 23טן יוני 2024
הילסקאָרט, בירמינגהאַם
!זײַט אַזױ גוט און שיקט דעם אַנאָנס צו פֿאַראינטערעסירטע פֿרײַנד
בשעת דעם דריטן ייִדיש־סוף־װאָך אין ענגלאַנד וועט מען זיך אײַנטונקען אין ייִדיש. מע געניסט און האַלט װאַרשטאַטן און רעפֿעראַטן. מע זינגט, שמועסט, שפּילט זיך און קוקט זיך צו בײַם „אָפֿענעם מיקראָפֿאָן“.
הײַיאָר קומט דער סוף־וואָך פֿאָר פֿונעם 12סטן ביזן 32סטן יוני אין „הילסקאָרט‟, אַ האָטעל און קאָנפֿערענץ־צענטער, וואָס איז געבויט געוואָרן בײַם סוף 91טן יאָרהונדערט און געפֿינט זיך לעבן דעם וווּנדערלעך גרינעם ליקי־הילס־פּאַרק הינטער דער שטאָט בירמינגהאַם, אַ קאַצנשפּרונג פֿון אַ באַנסטאַנציע. מיר וועלן זײַן די איינציקע געסט, וועט הילסקאָרט ווערן אונדז אַן אייגן שטעטל במשך דעם גאַנצן סוף־וואָך. דער אָפּצאָל נעמט אַרײַן די קװאַרטיר, אַלע מאָלצײַטן, און דעם אָנטייל אין דער גאַנצער פּראָגראַם.
צי קען איך קומען?
אַדרבא! עס קומען צוזאַמען בערך זעכציק אָנטיילנעמערס פֿון אַלע עלטערס און לענדער, און פֿון פֿאַרשיידענע מדרגות ייִדיש־פֿליסיקייט. עס איז אַ פּרעכטיקע געלייגנהייט זיך צו באַקענען און פֿאַרברענגען מיט ייִדישיסטן סײַ נײַע סײַ לאַנגיאָריקע. מיר שטרעבן זיך, אַז דער סוף־וואָך זאָל יעדן איינעם זײַן צוטריטלעך, אומאָפּהענגיק פֿון אינדיווידועלע באַדאַרפֿענישן. פֿאַראַן זײַנען הנחות פֿאַר די וואָס וואָלטן אָן דעם נישט געקענט קומען, און ס’וועלן ווידער אַ מאָל זײַן סעסיעס וואָס אין זיי קינדער קענען אָנטיילנעמען. גיט אַ קוק אויף אונדזערע שאלות־ותּשובֿות (אויף ענגליש) פֿאַר מערער פּרטים.
ווי זעט טיפּיש אויס די פּראָגראַם?
די פּראָגראַם בײַט זיך יעדעס יאָר צוליב דעם וואָס אַלע װאַרשטאַטן, רעפֿעראַטן און אונטערנעמונגען ווערן אָנגעפֿירט פֿון אָנטיילנעמערס. אויב איר זאָלט זיך אַליין פֿאַראינטערעסירן מיטן אָנפֿירן אַן אונטערנעמונג, לאָזט אונדז שוין וויסן בײַם פֿאַרשרײַבט זיך!
מע קען אַ קוק טאָן אויף אונדזערע אַמאָליקע סעסיעס דאָ און לייענען וועגן דעם געוויינטלעכן צײַט־סדר דאָ.
צווישן די פֿאַרשיידענדיקע טעמעס פֿון אַמאָליקע וואַרשטאַטן געפֿינט מען: מאַכן געזײַערטע מאכלים, שעפֿעריש שרײַבן, טעאַטער און טאַנץ (סײַ ייִדישן סײַ אַפֿריקאַנישן!). ס’האָבן זיך געהערט רעפֿעראַטן וועגן אַ ייִדישן קאַבאַרעט אין העלסינקי, אַ געשיכטע פֿון קוויר־ייִדישקײט, און פֿוסבאָל־טערמינאָלאָגיע (קומענדיק פֿאַר אַן אמתדיקן מאַטש).
עס וועלן זײַן שבת און זונטיק צוויי אָפֿענער מיקראָפֿאָן סעסיעס, וווּ מע פֿאַרבעט אַלעמען זיך צו טיילן עפּעס, צי אַ ליד, צי אַ סקעטש—וואָס נאָר סע גלוסט זיך אײַך! מע קען זיך פֿאַרשרײַבן אין פֿאָראויס צי ספּאָנטאַן בעתן סוף־וואָך. קיינער מוז נישט אויפֿטרעטן אויף דער בינע, נאָר אײַערע הענט דאַרף מען יאָ פֿאַרן פּאַטשן! גיט אַ קוק אויף די ווידעאָס אונטן פֿונעם אָפֿענעם מיקראָפֿאָן מיט אַ יאָר צוריק.
מע קען לייענען נאָך מער וועגן דעם לעצטן סוף־וואָך אין אַן אַרטיקל אין דעם פֿאָרווערטס.
וויפֿל קאָסט אַ צימער?
דער פּרײַז נעמט אַרײַן אַלע מאָלצײַטן (צוויי פֿרישטיקן, מיטאָגן און וועטשערעס), די קװאַרטיר און די גאָרע פּראָגראַם.
ווער עס קויפֿט פֿריִער וועט ווינציקער באַצאָלן! ביזן 13 מאַרץ 21טן אַפּריל זײַנען אַלע בילעטן ביליקער. די געשריבענע פּרײַזן הייסן אויף אַ קאָפּ און נישט אויף אַ צימער.
איין צימער פֿאַר זיך: £320 (פֿונעם 13טן אַפּריל אָן: £360) –
אַ טאָפּל־צימער מיט איין בעט: £275 אַ קאָפּ (פֿונעם 13טן אַפּריל אָן: £310) –
אַ צימער פֿאַר אַ משפּחה: £275 אַ דערוואַקסענער (פֿונעם 13טן אַפּריל אָן: £310); £80 אַ קינד –
אויב איר זאָלט האָבן אַ באַגרענעצונג, לאָזט אונדז וויסן אין פֿאָראויס און מיר וועלן פּרוּוון צו געפֿינען אַ צימער וואָס פּאַסט אײַך.
פֿאָרן
:פֿאַר עצות ווי אַזוי צו פֿאָרן קיין הילסקאָרט, קוקט אויף די שאלות־ותּשובֿות (אויף ענגליש). דער אַדרעס:
Hillscourt, Rose Hill, Rednal, Birmingham, B45 8RS, England
אַנולירן
אויב איר מוזט נעבעך אַנולירן אײַער בילעט, וועט איר נאָכנעמען אַ קריקצאָל געװענדט אין דער דאַטע פֿון אײַער באַשלוס. גיט אַ קוק ווי עס אַרבעט אונדזער אַנולירן־פּאָליס לויט דער דאַטע:
אויב מע זאָל אַנולירן פֿאַרן 21טן אַפּריל: 100% קריקצאָל –
פֿאַרן 21טן מײַ: 75% קריקצאָל –
ביזן 13טן יוני: 50% קריקצאָל –
פֿונעם 14טן יוני אָן: קיין קריקצאָל נישט –
צום באַדויערן איז אונדז נישט מעגלעך קריקצוצאָלן איין וואָך פֿאַרן סוף־וואָך.